אונדזער ליטעראַטור

יענטע סערדאַצקי

אונדזער ליטעראַטור, דאָס איז אײנע פֿון די הױפּט־טעמעס אין אונדזער ענגען קרײַז. און דאָס איז ניט חלילה אַ טאַגעס־פֿראַגע, װעלכע װערט פֿאַרשװוּנדן מיטן טאָג. בײַ אונדז קוקט עס אױס צו זײַן אַ לעבענס־פֿראַגע, אַ פֿראַגע, װעלכע מאַטערט אײביק, און טרעט אײביק ניט אָפּ; שױן עטלעכע יאָר צײַט, װי איר טרעפֿט ניט קײן ייִדישע מאָנאַטשריפֿט, װאָכנשריפֿט, און זאָגאַר די טעגליכע פּרעסע, װעלכע זאָל ניט דרוקן עפּעס אַן אָפּהאַנדלונג װעגן אונדזער ליטעראַטור. הײַנט לעקטשורס! פֿון די אַלטע פּראָמינענטע לעקטשורערס, ביז די „יונגע ציציקעס“, װעלכע גײען נאָך אָקאָרשט אַרײַן אין דעם „טרײד“, אַלע אַדװערטײַזן די טעמע פֿון אונדזער ליטעראַטור. און װער רעדט, אין פּריװאַט־הײַזער, צװישן אינטעליגענטע און „איסטישע“ קרײַזן, אומעטום און תּמיד פֿאַר די אױגן און אױפֿן צונג, די אַזױ צוגעגעסענע טעמע „אונדזער ליטעראַטור.“ 

און אַזױ װי איך בין נאָר אַ זינדיקער בשׂר־ודם, װילט זיך מיר אױך אױסרעדן דאָס האַרץ װעגן דעם.

אַז איר װילט זײַן אַ „מאַרטירער“, לײענט איר דורך אַ צענדלינג אַרטיקלען װעגן ליטעראַטור און הערט עטלעכע לעקטשורס. און דעמאָלט װערט אײַער מוח אָנגעפֿילט מיט אַ גאַנצן ים װערטער, װי „גײַסט און שאַפֿן“, „שאַפֿענדער גײַסט“, „ייִידישער גײַסט“, „נאַציאָנאַלער שאַפֿן“, „שאַפֿן און גײַסט“, „גײַסט און שאַפֿן“, און אַז איר ליגט אַ צײַט אױף אײַער בעטל, און איר װילט דאָך אַרױסקריגן דעם „איטאָג“ פֿון די אַלע רעדערײַ און שרײַבערײַ, קומט אײַך אױס אַלעס צו צעטײלן אױף צװײ מינים; אײַן מין דער פֿון אונדזערע „גוטע פֿרײַנד“, פֿון די אוטאָפּיסטן, און אַ צװײטער פֿון אונדזערע „שׂונאים“, די פּראַקטישע.

רעכענען זאָל מען זיך נאָר מיטן שׂונא, װײַל גוטע פֿרײַנד זײַנען אָפֿט צו־פּריקרע גוט און פֿון זײערע לױב־געזאַנגען און האָפֿנונגען װערט ניט קאַלט און ניט װאַרעם. דערפֿאַר אַבער, אַז דער שׂונא טוט אַ ביס, פֿאַרגײט עס אין דער זיבעטער ריפּ, און איר מוזט זיך דערמיט רעכענען.

װעלן מיר אַלזאָ זעען, װאָס דער אַנדער צד זאָגט. איך װיל זײ אָבער ניט אָנרופֿן „שׂונאים“, װײַל דער ריכטיקער אױסדרוק װעט זײַן „אונדזערע פּראַקטישע“.

װאָס זאָגען זײ, אונדזערע פּראַקטישע, װעגן אונדזער ליטעראַטור? נאָך די אַלע רײד, קומען זײ צום שלוס, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק איז קײן פֿאָלק ניט, די ליטעראַטור קײן ליטעראַטור ניט, און אונדזערע שרײַבער זײַנען קײן שרײַבער ניט. און דערפֿאַר איז זײער עצה: נעם װאַרף אַװעק די פֿעדער, גענוג שרײַבן ייִדיש, לערן זיך ענגליש אָדער טערקיש און זאָל נעמען אַ סוף.

דאָס דערמאָנט אָן אַ װיץ, כאָטש ער איז אַ ביסל ציניש: אַ חסיד האָט בעדאַרפֿט גײן צו אַ בײזן פּריץ, איז ער פֿריִער געגאַנגען צום רבי׳ן און זיך געלאָזט בענטשן. דער בײזער פּריץ אָבער האָט אים געלאָזט אָפּשמײַסן, איז ער געקומען צולױפֿן צום רבי׳ן: „סטײַטש, רבי קרױן, איר האָט דאָך מיך געבענטשט?“ האָט געטענהט דער חסיד. גלעט דער רבי זײַן ברײטן, שײנעם באָרד, און רופֿט זיך אָפּ געלאַסן: „מײַן קינד, זאָל זיך דיר דוכטן, אַז דער פּריץ איז קײן פּריץ ניט, אַז דער רימען איז קײן רימען ניט, און אַז דער 'מחילה' איז קײן 'מחילה' ניט…"

אָבער, רביניו“, קראַצט זיך דער חסיד, „עס טוט װײ!“ „נו, איז בלײַבט עס אַ קשיה“, האָט דער רבי געענטפֿערט.

דאָ ניט לאַנג האָט אַן אַלטער, פּראָמינענטער לעקטשורער, אײנער פֿון אונדזערע פּראַקטישע, געהאַלטן אַ רײַע לעקטשורס, שױן צום הונדערטן מאָל מסתּמא, װעגן אונדזער ליטעראַטור. האָט ער ערקלערט אַ נײַעס, אַז מיר האָבן ניט צװישן אונדזערע ליטעראַטן קײן איבסענס און קײן הײנעס און קײן געטעס, און ער האָט אױסגערעכענט אַ גאַנצן צעטל פֿון גױיִשע גאונים, װעלכע יעדער קען געפֿינען אין אַן ענציקלאָפּעדיע...פֿאַר װאָס האָבן מיר זײ ניט, האָט ער ערקלערט, װײַל דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַן אַלטעס פֿאָלק, און אַן אַלטעס פֿאָלק איז, להבֿדיל, װי אַן אַלטער מאַן, און אױב אַן אַלטער מאַן באַשאַפֿט אַ קינד, קען דאָס קינד ניט נאָר ניט זײַן קײן „פּרײַז־פֿײַטער“, נאָר ער מוז זײַן אַ קריפּל. (דערװײַל האָט ער געזוכט מיט די אױגן אַ שפּיגל, און געטראַכט האָט ער: „אַ שײן פּנים װאָלט איצט געהאַט מײַנער אַ זון...“) אַזױ איז, װען אַן אַלטעס פֿאָלק גיט אַרױס אַ שרײַבער, קען ער ניט נאָר ניט זײַן קײן גדול, נאָר ער „מוז“ זײַן אַ קאַרליק…

אי, איז דאָך די קשיה, עס קינדלט דאָך פֿאָרט דאָס ייִדישע פֿאָלק מיט גאונים, און בײַ יעדן „כעמישן אַנאַליז“ װײַזט זיך אַרױס, אַז יעדער װעלטבאַרימטהײט איז, אָדער דירעקט אַ ייִד, אָדער ער שטאַמט פֿון ייִדן? נו, איז בלײַבט אַ קשיה…

אָבער האַלב גערעכט זײַנען דאָך אונדזערע „פּראַקטישע“: עס איז טאַקע בײַ אונדז אין אונדזער ליטעראַרישער װעלט חושך, מיר זײַנען אַזױ קלײן אין פֿאַרגלײַך מיט די װעלט־גדולים אין דער ליטעראַטור, װי עס זײַנען קלײן אונדזערע פּאַרטײ־פֿירער אין פֿאַרגלײַך מיט די גרױסע פֿירער בײַ די אומות־העולם, װי עס זײַנען קלײן אונדזערע זינגער אױף די צען־סענטיקע קאָנצערטן אין פֿאַרגלײַך מיט אַ קאַרוסאָ...די אַלטע רײַכקײַטן פֿון אַמאָליקן ייִדן־לאַנד האָבן אונדז ניט אַרומגעכאַפּט, הפּנים דאָס איז געװען פֿאַר אונדז צו־װײַט. די העברעיִשע ליטעראַטור פֿון גאָרדאָנס און סמאָלענסקינס צײַט האָט זיך אױך צו אונדז ניט צוגעקלעפּט, װײַל אַחוץ, װאָס דאָס איז אַן אַנדער שפּראַך, װי די מאַמע און די גאַס האָבן מיט אונדז גערעדט, איז דאָס אױך געװען אַן אַגיטאַציאָנס־ליטעראַטור, װעלכע איז געשטאָרבן גלײַך נאָכן קאַמפּף אין יענער צײַט. ניט קוקענדיק אױף אונדזער גרױסן פּרץ און די אַנדערע אין זײַן צײַט, האָט אונדזער ליטעראַטור ערשט געקאָרגן אַ שטיקל אָנבליק, װען עס האָט זיך אָנגעהױבן ענטװיקלען די טעגליכע ראַדיקאַלע פּרעסע, און עז זײַנען אױפֿגעקומען די „יונגע“. אַ סימן, אַז זײַט דעמאָלט האָט מען אָנגעהױבן װעגן דעם צו רעדן און צו לעקטשורן…

און אַזױ איז נאָך אונדזער ליטעראַטור אַ יונגע, קלײנע, אַ שװאַכע און אַן אָרעמע. אָבער ניט אײן קריפּל, װי אונדזערע פּראַקטישע װילן, װעלכער איז פֿאַראורטײלט צום אונטערגאַנג, אָדער זיך צו מאַטערן מיט קרומע הענטלעך און פֿיסלעך. אונדזער ליטעראַטור איז אַ ליטעראַטור פֿון פּראָלעטאַריִער.

װאָס איז אַ ליטעראַט? נאָך מײַן מײנינג, איז ער אַ שליח־ציבור, אַ געשיקטער פֿונעם כּלל אױסצוזינגען און אױסצודריקן זײַנע געפֿילן.

בײַ די אומות העולם זײַנען די שיקער פֿון דעם דאָזיקן „שליח“, די יחסנים, די סמעטענע פֿון פֿאָלק, די רײַכע, די אינטעליגענטע, די געלערנטע. און זײ שיקן טאַקע אײנעם פֿון „זײערע“. בײַ אונדז איז ניטאָ קײן „סמעטענע“. אונדזערע בורזשואַען, דאָקטױרים, אינטעליגענטן, צו זײער חרפּה, האָבן נאָר אַ קנאַפּע באַדאַרף אױסצוגיסן זײערע געפֿילן (װײניקסטנס ניט אין ייִדיש). דאָס פֿאָלק, פֿון יאָר־הונדערטע אַ קרעמערישעס, האָט זיך אײַנגעװױנט צום קלאַנג פֿון דער מטבע מער װי צום קלאַנג פֿון ליד...“שלוחים“ אין ייִדיש האָט מען ערשט אָנגעהױבן אַרױסשיקן, װען עס האָט זיך ענטװיקלט און פֿאָרמירט דער ייִדיש פּראָלעטאַריאַט.

און אַזױ איז צו זען, אַז כּמעט אַלע אונדזערע שרײַבער און דיכטער זײַנען: אַ שנײַדער, אַ סטאָליאַר, אַ באַרבער, אַ טאָקאַר, אַ פּריקאַזטשיק און אַפֿילו אַ „בלעקשמיד“ אױך.

װאָס איז אונדזער תּכלית? װאָס איז אונדזער סוף? „אונטערגאַנג!“ זאָגן אונדזערע פּראַקטישע. און זײ האָבן טױזנטער פֿאַקטן אױפֿצוּװײַזן, אַז אַזױ מוז עס זײַן. דער שטאַרקסטער פֿאַקט איז, אַז אונדזערע קינדער לערנען ניט און קענען ניט קײן ייִדיש, און, אַז ניט אונדזערע קינדער, טאָ פֿאַר װעמען־זשע? װעט דאָך ייִדיש אָפּשטאַרבן גלײַך מיט אונדז! און זײ אײַלן זיך טאַקע אונטער מיט ענגלישע פּײדזשעס אין ייִדישע צײַטונגען און מיטן פאַרענגלישן אַזױ דעם ייִדיש, אַז עס זאָל אױסקוקן װי אַ שפּראַך פֿון דער דור־הפֿלגה־צײַט…

דאָס איז אָבער ניט ריכטיק. זײ נעמען דעם בײַשפּיל נאָר פֿון זײערע אײגענע קינדער. און די מערסטע קינדער פֿון אונדזערע גדולים װאַקסן, זאָל זײ צו קײן חרפּה ניט זײַן, אַזױ װי װילדעס גראָז. ניט נאָר נעמען די קינדער ניט איבער די עלטערנס שפּראַך, נאָר זײ זײַנען אױך אין גאַנצן פֿרעמד צו זײערע אידעאַלען…

אָבער, אַז מען װעט אָנהױבן אַ זוך טאָן אין די ייִדישע הײַזער אין אַמעריקע, װעט מען געפֿינען בײַ אַ נײַנציק פּראָצענט רעליגיעזע־געזאָגענע, און אין די רעליגיעזע הײַזער, כּמעט אין יעדער שטוב, פֿאַרװאָלגערט זיך ערגעץ אַ באָבע, אָדער אַ זײדע, אָדער אַ מאַמע, װאָס רעדט ייִדיש, װעלכע זאָרגן שױן, אַז דאָס אײניקל, דאָס קינד זאָל זיך אױסלערנען אַ ביסל ייִדיש, כּדי עס זאָל קענען דאַװענען. אמת, די קינדער נעמען טאַקע גױיִשע ביכלעך אין די לײַברעריס, אָבער ייִדיש קענען זײ, און בײַ אַ גינציקן, װאַרעמען װינד צו דער ייִדישער שפּראַך, אַ װינד, װעלכער קען אָנקומען לױט דעם קאַפּריז פֿון געשמאַק, האָבן מיר דאָ אַן אַרמײ ייִדישע לעזער. 

אָבער ניט זײ זײַנען די לעזער. עס איז פֿאַראַן אַ רוסלאַנד מיט אַ סך ייִדישע סמאָרגאָנס און שניפּעשאָקס, און בײַסינאָלעס און נאָך און נאָך שטעט און שטעטלעך, און דאָרט װײסט מען ניט פֿון קײן חכמות; מען פֿרוכפּערט זיך און מען מערט זיך דאָרט. עס װערן געבױרן ייִנגלעך און מײדלעך; און פֿון קײן „צװאַנגס־בילדונג“ װײסט מען דאָרט ניט, און פֿון קײן תּכליתים אױך ניט. און די קינדער שעפּן זיך דאָרט אָן מיט ייִדישקײט; און אַז זײ װערן „מונדיג“, לאָזן זײ זיך איבערן ים, און זײ קומען אין אַמעריקע מחנות־װײַז, און דאָ װערן זײ אונדזערע לעזער, ריכטיקער געזאָגט, אונדזערע „אַרבײַט־געבער“, װעלכע באַפֿעלן אונדז נאָר אין ייִדיש צו שאַפֿן שפּײַז פֿאַר אונדזערע גײַסט…

מיר, ייִדישע שרײַבער, זײַנען, אַלזאָ, די „געזאַנדטע“ פֿון ייִדישן אַרבײַטער־פֿאָלק. און אַזױ מוזן מיר אױך האָבן דעם אָנבליק און די אײגנשאַפֿטן פֿון אונדזער קלאַס. עס זײַנען טאַקע ניטאָ צװישן אונדז קײן גאונים. און אױב מען נעמט אײנעם פֿון אונדז און מען װיל אים מיט געװאַלד אַרױפֿשטופּען אױפֿן באַרג אָלימפּ, קוקט ער אַרױס לעכערלעך און מיאוס. אָבער אָריגינעל און אײגנאַרטיק זײַנען מיר אין אונדזער מאָס. מיר זײַנען אַ פּראָדוקט פֿון אונדזער קלאַס. און אונדזער קלאַס װײסט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן מאַרמאָרנע פּאַלאַצן מיט אָריִענטאַלישע טעפּיכער און מיט גאָלדענע כּלים אינעװײניק; אָבער אַז ער איז נאָך צו שװאַך צו עפֿענען די טירן פֿון פּאַלאַצן, װױנט ער דערװײַל אין בעקרומס, אין האַלב־פֿינסטערע, מיט הילצערנע בענקלעך, און מיט פּראָסטע גלעזערנע כּלים צוזאַמענגעקױפֿטע אױפֿן „פּוש־קאַרט“. אונדזער קלאַס װײסט, אַז צו הערן קאַרוסאָ׳ן און די איבעריקע קינסטלער און זינגער איז טאַקע אַ חיות; אָבער אַז דער ביליקסטער פּלאַץ אין דער אָפּעראַ קאָסט אַ דאָלאַר און אַ האַלב און מען האָט עס ניט, לױפֿט מען הערן אַ זינגער אױף אַ צען-סענטיקן קאָנצערט. און מען װײסט, אַז זײַדענע קלײדער איז שענער, אָבער אַז מען האָט זײ ניט, כאַפּט מען אַרױף אױף זיך די טראַנטעס, אַבי ניט גײן חלילה אין אַדמ׳ס קאָסטיום...און אַזױ װײסט מען אױך, אַז עס קען זײַן אַ גרױסער גײַסטיקער פֿאַרגעניגן צו לײענען שעלי, און בײראָן און הײנע, און געטע א.ז.װ., אָבער אַז מען קען ניט די גױיִשע שפּראַכן, און מען האָט קײן צײַט ניט זײ צו לערנען, און אַז די װערק איבערצוטראָגן אין ייִדיש געפֿינען זיך ניט קײן נאַראָנים, אַז װאָס טוט מען? שיקט דער פּראָלעטאַריִער, דער קבצן, שיקט ער אונדז אַרױס. „הײ“ זאָגט ער, „דו שגץ אײנער (אַ מאָל מאַכט ער נאָך אין טאַטנ׳ס טאַטן אַרײַן), דו ביסט דאָך עפּעס ניט קײן יאָלד, דערצײל אונדז אַ מעשׂה, זינג אַ ליד, זאָג אַ װיץ, אַ חכמה׳לה“. און מיר, חכמים, פֿאַרקאַשערן די אַרבעל, און מיר טוען זײַן פֿאַרלאַנג.

װאָס איז אונדזער צוקונפֿט? און מיר מוזן ענטפֿערן, אַז די צוקונפֿט פֿון אונדזער קלאַס איז אױך אונדזער צוקונפֿט. מיר גײען צוזאַמען האַנט אין האַנט, און אַז דער שענער טאָג װעט קומען, װען דער פּראָלעטאַריִער װעט האָבן כּוח צו עפֿענען די שװערע טירן פֿון די מאַרמאָרנע פּאַלאַצן, װעט עס אַ שטראָם טאָן מיט זונען־ליכט איבער אונדזערע קעפּ, און מיר װעלן זיך אָנקלײדן אין זײַדענס, און זיך רױכערן מיט בשׂמים, אין זיך פֿרײַ באַװעגן אין דעם גרױסן, ליכטיקן װעלט־רױם, און דעמאָלט װעלן זיך אױפֿהױבן אונדזערע נשמות איבער דעם קלײנעם פֿינסטערן קרײַז, און מיר װעלן זינגען דאָס "האָהע“ שײנע ליד פֿון גרױסקײט און גליק, און דאָס ליד װעט אױך זײַן געזונגען פֿאַר אונדזער גרױס־געװאָרענעם קלאַס…

„עס װעט נאָך לאַנג דױערן!“ הער איך ציניקער לאַכן. „אָבער זײַן װעט עס דאָך אַ מאָל“ רופֿן מיר אױס גלױביק און שטאָלץ—און אױב ניט פֿאַר אונדזער צײַט, װעלן מיר זאָגן, װי איבסענ׳ס אַ העלד זאָגט: „ניט אומזיסט האָב איך געשריבן פּאָעמען, מען האָט מיך אַפֿילו ניט אָנערקענט, אָבער מײַן טאָכטער װעט זײַן אַ זינגערין, זי האָט עס איבערגענומען פֿון טאַטן בירושה“...

איצט װאָלט איך װעלן װײַזן אַ בילד פֿון די גײַסטיקע יסורים, װאָס עס קומט אױס איבערצוטראָגן בײַ איצטיקער צײַט אונדזער צאַרטן, ייִדישן שרײַבער און פּאָעט. איך װײס ניט, פֿאַר װעמען איך װײַז דאָס. נאָר אַ סך פּנימער, דאַכט מיר, װעלן דאַרפֿן װערן רױט…

פֿון אײן זײַט האַלטן אונדזערע פּראַקטישע פאַרזאָרגער אין אײן זעגן איבער אונדזערע נערװען מיט די אױבן־אױסגערעכענטע טענות, און אַפֿשר פֿילן זײ אַלײן ניט, װי זײ גיסן אַרײַן אין אונדזערע נשמות דעם סם פֿון טױט....פֿון נאָך אַ זײַט, לײַדן מיר פֿון פֿאָלק: פֿון אײביק אָן איז מען געװױנט צו זען דעם שרײַבער אױף אַ הױכן באַרג, און דאָס פֿאָלק באַטראַכט אים פֿון זײַן ריזיקן הױך. דעמאָלט איז ער פֿאַר אים אַ גדול, אַ שעפֿער, אַ שרײַבער. אונדזערע אָבער װאַלגערן זיך אין די שעפּער צוזאַמען מיט׳ן פֿאָלק, און דעמאָלט װערט משה, דער פּאָעט־סטאָליאַר, פֿאַר משה, דעם סטאָליאַר, ניט קײן שרײַבער, נאָר אַ שרײַבער׳ל...“זע נאָר“, זאָגט ער, „ביסט דאָך דער זעלביקער פּריץ, װי איך“. און װײַל אינסטינקטיװ פֿילט ער, אַז ער איז דאָך אַ גרעסערער פּריץ, קריגט משה־סטאָליאַר משה דעם פּאָעט־סטאָליאַר זײער פֿײַנט, און װיפֿל גאַל ער האָט, גיסט ער דאָס אַרײַן דעם עמפֿינדלעכן פּאָעט אין האַרץ…

אָבער מער לײַדן מיר פֿון אונדזערע „אַריסטאָקראַטן“ פֿון קװאַרטאַל. גאָט אין הימל, איז דאָס אַ פֿאָלק! די מערסטע פֿון זײ זײַנען דאָס די „אױסגעשטודירטע“. אָבער מײן ניט, חלילה, אַז דאָס זײַנען עפּעס ערפֿינדער, געלערטע, שאַץ־מענער, װעלכע רעפּרעזענטירן די אינטעליגענטע בײַ אַן אַנדער פֿאָלק.

אָבער מער לײַדן מיר פֿון אונדזערע „אַריסטאָקראַטן“ פֿון קװאַרטאַל. גאָט אין הימל, איז דאָס אַ פֿאָלק! די מערסטע פֿון זײ זײַנען די „אױסגעשטודירטע“. אָבער מײן ניט, חלילה, אַז דאָס זײַנען עפּעס ערפֿינדער, געלערנטע, שטאַטס־מענער, װעלכע רעפּרעזענטירן די אינטעליגענטע בײַ אַן אַנדער פֿאָלק. אַזעלכע, גאָט צו דאַנקען, האָבן מיר כּמעט ניט אין אונזער קװאַרטאַל! אונדזערע זײַנען פּשוטע בעלי־מלאכות, װעלכע לערנען אױס די אַנאַטאָמיע אָדער די געזעץ־ביכער, װי עס לערנט אױס אַ שוסטער מאַכן אַ שוך. און גאַנץ אָפֿט זײַנען זײ טאַקע שלעכטע שוסטער אױך...אָבער, װי געזאָגט, בײַ אַ פֿאָלק, װאָס בעשטײט פֿון קרעמער אָדער פּראָלעטאַריער, קענען אױך קײן אַנדער אָנבליק ניט האָבן זײַנע פּראָפֿעסיאָנאַלן.

האָט מען צו זײ ניט. איז אָבער אין „געמײזאַכץ“ האַלט זיך יעדער װאָרעם פֿאַר אַ לײַב. דרײען זײ זיך אַרום אין די קאַפֿעס און אין די עפֿענטלעכע פּלעצער צוזאַמען מיט די ליטעראַטן, און גאָט װײסט פֿאַר װאָס? הפּנים, אַז עס שמעקט מיט בלומען־דופֿט פֿון אײנעם װאָס חלומ׳ט װעגן בלומען...און אַזױ װי װאָס קלענער די פּערזענלעכקײט איז, אַלץ מער גיפֿט איז אין אים פֿאַראַן, געפֿינען די דאָזיקע נפֿשות אונדז פֿאַר „פּאַסענד“ אָפּצוזעצן זײער גאַל. זיצן זײ אַנטקענן אונדז מיט די ליבע פּנימער פֿון פּראָפֿעסאָר רובעקס ביוסטן און אײנער טוט אַ זאָג מעשׂה בריה: „אַנו, אַבֿרהם׳ל ליטעראַט, ערקלער מיר אַ ביסל, װעגן אַנאַטאָמיע!“ און קוקען קוקט ער אױס, װי אַ קאַץ, װאָס װיל כאַפּן דאָס מײַזל אין פּלען...און אַבֿרהם׳ל, דער נאַאיװער, דער עמפֿינדלעכער, דער צאַרטער, ער װערט רױט און פֿאַרשעמט, און װאַרפֿט זיך אַ גאַנצע נאַכט אױף זײַן אָרעמען געלעגער.

און אַזױ „פּאַקט“ אַבֿרהם׳לען דער לאָיער בײַם געזעץ, און דער, װאָס האָט צופֿעליק מיט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק געמוזט אױסלערנען עטלעכע קלאַסיקער „נאַאיזוסט“, דער „פּאַקט“ אים אין ניט האָבן קײן ידיעה אין דער װעלט־ליטעראַטור, און אַזױ „פּאַקן“ זײ אים פֿון אַלע זײַטן. און נאָכדעם שטעלן זײ אים אַרױס צו „עפֿענטלעכע שאַנדע“: אױף שריט און טריט, פֿאַר באַקאַנטע און ניט באַקאַנטע, גײען זײ דערצײלן, װאָס פֿאַר אַן עם־הארץ אַבֿרהם׳ל איז. דאָס מײנט: „נאַט, חבֿרה, זעט, װער אײַערע שרײַבער זײַנען, און װײסט, װי אַזױ אָפּצושאַצן אײַערע פּראָפֿעסיאָנאַלן…"

און אַז דער שרײַבער קריגט פֿון אַלע זײַטן אַרײַנגעשיקט אין זיך גיפֿט, קען ער דאָס ניט אײַנהאַלטן אין זיך, און מען זעצט דאָס אָפּ אײנע אױף די אַנדערע. אַזױ מאַכט אײנער צו קלײן און צו נישט דעם אַנדערענס טאַלאַנט, און עס גײט אַרום אַ ייִדל אַ פּאָעט־ליטעראַט, און קריכט מיט די בלוטיקע נעגל אין דער נשמה אַרײַן. און עס גײען אַרום צװישן אונדז אַזעלכע, װאָס װען זײ הערן עפּעס אַ רעכטן װאָרט, איז אָנשאָט מען זאָל אים „איבערקאָכן“ מיטן פֿילאָזאָפֿישן אַפּאַראַט, װערט ער פֿאַרװאַנדלט אין ציניזם און קיבעץ…און נאָך אַזעלכע זאַכן זײַנען פֿאַראַן, װעלכע האָבן צװישן אונדז, קאָלעגען, געװיס ניט געדאַרפֿט זײַן.

און איך װיל זאָגן: מײַנע טײַערע קאָלעגען; זײַט שטאַרק ניט אַרײַנצונעמען אין זיך דעם גיפֿט, איר זאָלט עס ניט דאַרפֿן נאָכדעם אױסגיסן אױף אײַערע חבֿרים. זײַט שטאָלץ און פֿול מיט רעספּעקט צו אַנדערע, װאָס זײַנען דאָס װערט, און צו זיך אַלײן געװיס. מיר זײַנען גרױס אין אונדזער קלײנער מאָס. שטאָלץ האַלטן אונדזערע קעפּ! און מיט פֿרײַע אָפֿענע בליקן זאָלן מיר קוקן אין דער שענער צוקונפֿט אַרײַן, און גײן זאָלן מיר פֿאָרװערטס מיט שטאָלצע און פֿעסטע טריט, װײַל אונדז האָט די נאַטור אױסגעקליבן צו זײַן דער אַװאַנגאַרד און צו טראָגן אין אונדזערע הענט די לוחות פֿון שאַפֿן און קולטור.




“Our Literature” was published in די פֿרײַע אַרבעטער שטימע (The Free Voice of Labor) on March 16, 1912 and is in the public domain.