צוויי לידער
ה. לייוויק
עפֿן זיך טויער
עפֿן זיך, טויער,
נעענטער זיך, שוועל, –
איך קום צו דיר ווידער,
צימערל–צעל.
מײַן לײַב – פֿײַער,
מײַן קאָפּ – שנײ;
און אויף מײַנע אַקסלען
אַ זאַק מיט געשריי.
אָפּשייד. אָפּשייד.
אויגן. הענט.
אַדיע אויף די ליפּן
דערברענט – פֿאַרברענט.
מיט וועמען צעשיידט זיך?
פֿון וועמען אַוועק? –
דאָס אייביקע פֿרעגן
דאָס מאָל ניט פֿרעג.
אין פֿײַער. אין פֿלאַקער
אַרומיקער סטעפּ.
און שניי אינעם פֿלאַקער
אויף בערגיקע קעפּ.
זע, ס׳איז שוין אָפֿן
טויער און טיר; –
שפּיטאָל ווידער תּפֿיסה?
צי גאָר מאָנאַסטיר?
איך לייג צו די פיס דיר
מײַן זאַק מיט געשריי,
לאַנד קאָלאָראַדאָ,
פֿון פֿײַער און שניי.
מיטן הייליקן ליד
צווישן געקלאַמערטע ציין,
פֿון וואָלפֿישער הייל – מײַן הויז –
לאָז איך אַוועק זיך
גאַס אײַן, גאַס אויס,
ווי אַ וואָלף מיט אַן עלנטן ביין
צווישן געקלאַמערטע ציין.
אין גאַסן – פֿאַר וואָלפֿישער שנאה
גענוג איז דאָ רויב,
און זיס איז פונ לײַבער
דאָס דאַמפֿיקע בלוט;
נאָר זיסער דער טרוקענער שטויב
אויף א ליפּן פֿאַרהאַקטע, וואָס רוט.
אויף ראָגן – געראַנגלֹ,
פֿון העלדזער – דער רוף:
זאָל איין מאָל שוין קומען
דער טויטלעכער ביס,
דער ביס דאָס בין איך,
נאָר – איך קום ניט.
איך האָרבע צוואַמען מײַן גוף,
דעם קאָפּ ביז אַרונטער די פֿיס.
עפֿן זיך, טויער,
נעענטער זיך, שוועל, –
איך קום צו דיר ווידער,
צימערל–צעל.
מײַן לײַב – פֿײַער,
מײַן קאָפּ – שנײ;
און אויף מײַנע אַקסלען
אַ זאַק מיט געשריי.
אָפּשייד. אָפּשייד.
אויגן. הענט.
אַדיע אויף די ליפּן
דערברענט – פֿאַרברענט.
מיט וועמען צעשיידט זיך?
פֿון וועמען אַוועק? –
דאָס אייביקע פֿרעגן
דאָס מאָל ניט פֿרעג.
אין פֿײַער. אין פֿלאַקער
אַרומיקער סטעפּ.
און שניי אינעם פֿלאַקער
אויף בערגיקע קעפּ.
זע, ס׳איז שוין אָפֿן
טויער און טיר; –
שפּיטאָל ווידער תּפֿיסה?
צי גאָר מאָנאַסטיר?
איך לייג צו די פיס דיר
מײַן זאַק מיט געשריי,
לאַנד קאָלאָראַדאָ,
פֿון פֿײַער און שניי.
מיטן הייליקן ליד
צווישן געקלאַמערטע ציין,
פֿון וואָלפֿישער הייל – מײַן הויז –
לאָז איך אַוועק זיך
גאַס אײַן, גאַס אויס,
ווי אַ וואָלף מיט אַן עלנטן ביין
צווישן געקלאַמערטע ציין.
אין גאַסן – פֿאַר וואָלפֿישער שנאה
גענוג איז דאָ רויב,
און זיס איז פונ לײַבער
דאָס דאַמפֿיקע בלוט;
נאָר זיסער דער טרוקענער שטויב
אויף א ליפּן פֿאַרהאַקטע, וואָס רוט.
אויף ראָגן – געראַנגלֹ,
פֿון העלדזער – דער רוף:
זאָל איין מאָל שוין קומען
דער טויטלעכער ביס,
דער ביס דאָס בין איך,
נאָר – איך קום ניט.
איך האָרבע צוואַמען מײַן גוף,
דעם קאָפּ ביז אַרונטער די פֿיס.