דבורה פאגעל

דבורה פאגעל

גלאָז-בלומען.

די לבֿנה איז אַ װײַסע קאַרשנבלום
שמעקט מוטנע מיט קלעביקער בענקשאַפֿט
פֿון זיבן יאָר.

און די לאַמטערנס
זענען געלע טולפּן פֿון גלאָז
אױסגעזעצט אין ערשטער, צװײטער, דריטער גאַס.

געל גלאָז
שמעקט מיט קילע הענט
און מיט בערנשטײן-קרעלן פֿון פֿאַרציכטן.

מען קאָן גײן מיט דער ערשטער גאַס.
מיט דער צװײטער.
לאָזן אַרײַנפֿליסן אין זיך טראָפּן פֿון בלאָער לבֿנה,
װאָס שמעקט מיט קלעביקער בענקשאַפֿט
און די קילקײט פֿון געלן לאַמטערן-גלאָז.

װאָס קאָן מער קומען יעדן אָװנט : 
װי דער װײַטער ריח פֿון קלעביקן װאַרטן,
װי דער קילער גלאָז-ריח פֿון פֿאַרציכטן.





פּלאַקאַטן-װענט אין רעגן.

דער רעגן פֿאַרבט הײַנט גראָע הײַזער מיט אַ צװײטער שיכט
פֿון זײַן גראָען געדעכטן קאָליר.

דו ביסט װײַט.
איטלעכער איז איצט װײַט.
און מען קאָן נישט גײן צו קײנעם.

איך שפּאַר מיך אָן
אין אַ פּלאַקאַטן-װאַנט, װאָס איז באַקלעבט
מיט ציטראָנגעלע און מאַראַנצרױטע פּאַפּירן.

דער רעגן האָט הײַנט אױסגעוואַשן גרעל
די צינאָבער-רױטע אותיות װאָס דערצײלן :
הײַנט דרײט מען אין ערגעץ אַ קינאָ
דעם פֿילם פֿון דער באַלערינע דער רױטער.

די רױטע שטרעך זענען הענט, װאָס צערטלען
און הענט, װאָס פֿאַלען שװער אַראָפּ,
אױף הײַזער גופֿים פֿון געלע פּאַפּירן.

צװישן צען גראָע הײַזער
איז די געל און רױט באַקלעבטע ברעטערנע װאַנט
דער אײנציקער הײסער פֿאַרביקער גוף.
און מען קאָן זיך באַהעפֿטן מיט אים
װי מיט אַ מענטשלעכן גוף
װאָס איז איצט גאָר װײַט : 
נישט צוצוקומען צו אים.





אַ ליד פֿון פֿאַרביקער ליכט-רעקלאַמע.

אַ ליד פֿון פֿאַרביקער ליכט-רעקלאַמע
פֿון רױטע געלע בלאָע אותיות
פֿון פֿלאַכע קאַנטיקע זונען פֿון שריפֿט-שטרעך.

די קאָלירטע שטרעך פֿון שיך און פּעלץ-רעקלאַמע
זענען אַ ליד, פֿון אַ צאַרטן דיכטער געשריבן
אין דעם גראָען קאַרטאָן פֿון שטאָט-מױערן.

דאָס קאַרשנרױט גליט און שלעפּט װי אַ צװײטער גוף.
דאָס מאַרינבלאָ צערטלט, װי די קײנמאָל נישט געקאָנטע האַנט.
דאָס ציטראָנגעל קילט אָפּ מיט זײן קילן מעטאַלישן ליכט.

רױטע בלאָע געלע שטרעך-לײַבער
קאָנען פֿירונצװאַנציק שעה לאַנג שלעפּן.
קאָנען פֿינף און צען מאָל טעגלעך אױפֿגײן.

צװישן עלעקטרישע רעקלאַמע-זונען
זאָל מען קײן טעג נישט צײלן.

נאָר זױגן פֿון דעם פֿאַרביקן ליכט-פֿלײש.
נאָר אָטעמען מיט זײַן גליִעװדיקן ריח.
און קרײַזן.

אין אַ רעכטעק. אין אַ קרײַז. אין אַ פּאַראַבּל.
פֿיר מאָל אין טאָג. פֿינף און צען מאָל אין טאָג
נישט געצײלטע מאָל גײן און גײן
פֿון אײן גוף צו אַ צװײטן
אויפֿגעפֿירט מיט די קױליקע קאָלירטע לאָמפּ-אױגן.





גראָע גאַסן.

די גאַסן זענען װי דער ים
און שפּיגלען דעם קאָליר פֿון דער בענקשאַפֿט
און די שװערקײט פֿון װאַרטן.

איצט זענען זײ גראָ
װי פּערל פֿון פֿאַרציכט.

און ציטראָנגעלע פּנימער
אין פֿענצטער פֿון בלאַס-געלע הײַזער
פֿאַרלעשן זיך
װי בלאַסע דורכזיכטיקע לאַמטערנס,
װאָס גײען אױס פֿרי 4 אַ זײגער.

אין די מילכיקע גראָע גאַסן
צײלט מען נישט מער טעג פֿאַרלױרענע :
זײ רינען אױס װי זיסע געדעכטע מילך.

פּנימער לעשן זיך אױס מיט דעם קאָליר פֿון פֿאַרציכטן
װי גראָע גאַסן מיט געלע לאַמטערן-לבֿנות
װאָס װילן שױן מער גאָרנישט.





גראָע הײַזער.

אײַן גראָ הױז.
דאָס צװײטע גראָע הױז.
אַ דריט און אַ פֿירט גראָע הױז.

גײען צוזאַמען.
איין טאָג לאַנג. אַ צװײטן טאָג לאַנג.
7 וואָכן-טעג לאַנג.

גײען 20 אָדער 30 מעטער װײַט.
12 שעה לאַנג.
דעם ערשטן טאָג. דעם צװײטן. דעם זיבעטן.

ליכט קומט אױף. אין ערשטן הױז. אין צװײטן.
ליכט גײט אױס. אין ערשטן הױז. אין צװײטן.
7 אַ זײגער אָװנט. 10 אַ זײגער אָװנט.

דעם צװײטן טאָג
גײען װײַטער צוזאַמען אין דער װײַטקײט פֿון 20 מעטער :
צװײ דרײַ פֿיר גראָע הײַזער.





די קלאָג איבער הױף-מױערן.

װאָס זענען זײ שולדיק די אונטערשטע װענט,
װאָס מען האָט זײ אַפֿילו נישט געקאַלכט.
נאָר באַשמירט מיט שװאַרצער און געלער פֿעטער פאַרב :
מיט צינישע אױפֿשריפֿטן פֿון רעקלאַמעס.

פֿון יענער זײַט קומען אױף יעדן אָװנט
1000 זונען. שױן 4 א זייגער אווענט גייען אויף
עלעקטרישע קײַלעכדיקע אױגן. רױטע, מאַרינבלאָע, מאַראַנצגעלע.
מאַכן עלאַסטיש לײַבער מיט ברוסטן װי זוכנדיקע אױגן פֿון מענטשן.

אָבער דאָ הענגט 7 טעג אין דער װאָך אַ פֿלאַכע זון
און צערטלט צינישע רעקלאַמעס.
און אפֿשר דערפֿאַר קאָן דאָ נאָך אױפֿקומען
די לעגענדע פֿון דער געלער דער איינציקער זון.