פיר לידער

מעינקע קאַץ

מאַי אין מיכאַלעשיק

װאָס טוט איצט אין מיכאַלישעק דער מאַי, אױב ניט צו װייזן
אַז בעז איז דאָ די ערשטע בלום פון עלנט. דודס האַרף
אינ װינט שפּילט אַן אָדע צו יידיש, אָן יידן. אָ,
אױסגעלאַכט, אױסגעװיינט מאַמע-יידיש, פּשוט
װי די שטיינער װאָס האָבן געצאָרנט דורך
די װילנער און װאַרשעװער געטאָס. אָװנט.
די זון פאַרגייט דאָ װי אַ שריפה
פון שייטערהױפנס. נאַכט. שטערן
צינדן יאָרצייט-ליכט אין די
חרובע געסעלעך,
נאָך די קדושים.
יידיש, מיין ערשט
געשריי, מיין
לעצט--קוש.



אױף מיין ניו-יאָרקער גאַס

אור-
אַלטע
מױערן,
מיד פון שטייען
דאָ דורות האָבן
אַליין צום טױט זיך פאַר
משפּת, מיען זיך אַליין
די ציגל צו צעװאַרפן. האַרבסט.
דער װינט רייסט אױף די ביימער קריעה.
געבױגענע שלעפּער זוכן מזל
אױף שטיינערנע געלעגערס, אין פאַרלאָזטע
חורבות. װייס גרעט דערמאָנט אין תכריכים. גרעט-שטריק,
ציען זיך װי צױבער-שלאַנגען. די שטאָט קלעטערט דורך
אייזן און חלום, הימל און שטאָל. אָװנט. אַ זונה
אַ קהלשע ליאַלקע, אַ בעטלערישע פּרוטה, װערט זי
אין בין השמשות אינגאַנצן גאָלד. פון בענקשאַפט װערן מיינע
פינגער גרױ. אַפילו גאָט, אױף מיין גאַס, שטאַרבט פון אייביקן עלנט.
אַ פלאָטערל, אין שפּינװעבס געפאַנגען, זאָגט װידוי מיינע לידער.



װאָלקנס איבער צפת

האַרבסט. צפת.
צװישן בערג,
װאָלקנס, טאָלן
און שאַקאַלן. די
װאָלקנס זיינען לאַנג שױן
מיד פון די הױכן, זיינען
זיי דאָ פון דעם לאַנגן װאַנדער,
צו די זיידע–בערג צוגעפאַלן.
זינדיקע װאָלקנס, רייסן זיך צו דער
פּשוטער ערד, װילן חברן זיך מיט
שטיבער, מענטשן, שטיינער, נאָר ניט אין גן-עדן,
װייט פון הייליקייט, װייטער פון גאָט, דערציילן אַז
אַנטלאָפן איז פון גן-עדן אַליין דער מענטש, פאַרבענקט
רופן זיי אַהיים, דעם תהו ובהו פון פאַר בראשית.


קינדער פון צפת

קינדער
באָרװעסע
אין באָרװעסן
צפת, מיט געשמאַקן
יידיש, פולע מיילער,
װי איר װאָלט מיין שטעטעלע
צערױשט איבער צפת, מיר דאַכט, איר
זייט די קינדער פון פּאָנאַר, מיינע
חברים פון גן-עדן, אינגאַנצן
יידיש, אױסגעטאָן פון טױט, דייטש און שרעק, װערט
די ערד אונטער אייך–הימל. פון שכנישן
בית-עולם שלייכט ארױס אר"י הקדוש, גייט אייך
נאָך אין שפּעטן זונאױפגאַנג, טראָט נאָך טראָט, טייטשט אַ נייע
קבלה אױס פון מאַמע-יידיש, װערט יידיש די עלפטע

ספירה איבער צפת. יידיש: צער, פרייד, חלום, װאָר פון מיין פאָלק.
זע, אָט פאַלט מיין שטעטעלע אין זונפאַרגאַנג, װי אין אַ
שייטערהױפן. אָט פליט מיין ברודער אליהו
אין אַ רייטװאָגן פון פייער, צו דער שכינה
פון יידיש. דורך זיין געװיין, װי דורך דעם שם
המפורש, קומען קינדער פון די מאָרד-
אױװנס. אַ פּענעצל לבנה,
איז אַ נאָגל פון אַ קינדס האַנט
װאָס בלעטערט די הימלען פון
צפת, װי די בלעטער פון
אַ שטערנדיקן זהר
װאָס נאָר טױטע
קינדערלעך
פאַרשטיין.